Lantmäteriet
איז אַ מלוכישער אַמט אוּנטער דער יוּריסדיקציע פֿוּנעם מיניסטעריוּם פֿוּן פֿינאַנצן. מיר זײַנען Lantmäteriet פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר קאַטאַסטער-באַדינוּונג, באָדן- אוּן געאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע, אוּן לאַנד-רעגיסטרירוּנג. מיר האַלטן אַרוּם 2000 אָנגעשטעלטע אין העכער 70 ביוּראָען איבער גאַנץ שוועדיע. איר קענט בײַ אוּנדז געפֿינען מאַפּעס מיט די פֿאַרשיידענע נוּצנס.
מיר קענען אײַך אויך בײַשטיין בײַ אַ באָדן-צעטיילוּנג צי אַן אייגנטוּם-באַשטימוּנג. Lantmäteriet איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר באַשלאָסן אין שײַכות מיט די אַקטן איבער אײַער אייגנטוּם, אוּן קאָנטראָלירט אַז די אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אײַער אייגנטוּם איז ווי געהעריק פֿאַרשריבן אינעם אייגנטוּם-רעגיסטער.
פֿאַרבינדט זיך מיט אוּנדז דוּרך דעם אַדרעס kommunikationsstod@lm.se אויב איר דאַרף הילף מיט איבערגעזעצטער אינפֿאָרמאַציע אויף אײַער שפּראַך.